Konstitucija jidiš kalba
Užupio Respublikos Konstitucija jidiš kalba
קאָנסטיטוציע
- אַ מענטש האָט רעכט צו לעבן בײַ דער װילענקע, און די װילענקע צו פֿליסן לעבן דעם מענטשן.
- אַ מענטש האָט רעכט צו הײס װאַסער, באַהײצונג אין װינטער-צײַט און אַ דאַך מיט דאַכלקעס
- אַ מענטש האָט רעכט צו שטאַרבן, אָבער ס'איז ניט זײַן חובֿ
- אַ מענטש האָט רעכט זיך טועה צו זײַן
- אַ מענטש האָט רעכט צו זײַן אַ יחיד-במינו
- אַ מענטש האָט רעכט צו ליבן
- אַ מענטש האָט רעכט ניט צו זײַן געליבט, אָבער ס'איז ניט קײן מוז
- אַ מענטש האָט רעכט צו זײן נישטיק און אומבאַקאַנט
- אַ מענטש האָט רעכט זיך צו פױלן אָדער גאָרניט צו טאָן
- אַ מענטש האָט רעכט ליב צו האָבן אַ קאַץ און איר אָפּצוּהיטן
- אַ מענטש האָט רעכט זיך אָפּצוגעבן מיט אַ הונט ביז אײנער פון זײ שטאַרבט
- אַ הונט האָט רעכט צו זײַן אַ הונט
- אַ קאַץ איז ניט מחויבֿ ליב האָבן אירע בעל-הביתּים, אָבער איז מחויבֿ זײ צו העלפן אין שװערע צײַטן
- אַ מענטש האָט רעכט ניט צו װיסן זײַנע חובותֿ
- אַ מענטש האָט רעכט צו ספקנען אָבער ס'איז ניט זײַן חובֿ
- אַ מענטש האָט רעכט צו זײַן גליקלעך
- אַ מענטש האָט רעכט צו זײַן אומגליקלעך
- אַ מענטש האָט רעכט צו שװײַגן
- אַ מענטש האָט רעכט צו גלױבן
- אַ מענטש האָט קײן רעכט ניט צו זײַן רציחהדיק
- אַ מענטש האָט רעכט מקײם צו זײַן זײַן גרױסקײַט צי זײַן נישטיקײַט
- אַ מענטש האָט קײן רעכט ניט אַרויסצוטרעטן קעגן דער אײביקײַט
- אַ מענטש האָט רעכט צו פאַרשטײן
- אַ מענטש האָט רעכט ניט צו פאַרשטײן
- אַ מענטש האָט רעכט געהערן צו פאַרשידענע נאַציאָנאַליטעטן
- אַ מענטש האָט רעכט פײַערען צי ניט פײַערען זײַן געבורטסטאָג
- אַ מענטש מוז זיך דערמאָנען זײַן נאָמען
- אַ מענטש קען זיך טײלן מיט דעם װאָס ער האָט
- אַ מענטש קען זיך ניט טײלן מיט דעם װאָס ער האָט ניט
- אַ מענטש האָט רעכט צו האָבן ברידער, שװעסטער און עלטערן
- אַ מענטש האָט רעכט צו זײַן פרײַ
- אַ מענטש איז פאַראַנטװאָרטלעך פאַר זײַן פרײַהײַט
- אַ מענטש האָט רעכט צו װײנען
- אַ מענטש האָט רעכט צו זײַן קרום פאַרטײַטשט
- אַ מענטש האָט קײן רעכט ניט צו באַשולדיקן אַן אַנדערן
- אַ מענטש האָט רעכט זיך צו פירן פּערזענלעך
- אַ מענטש האָט רעכט ניט צו האָבן קײן שום רעכט
- אַ מענטש האָט רעכט ניט מורא צו האָבן
- זיג ניט
- קעמף ניט
- גיב זיך ניט אונטער